yossi green – chulem كلمات اغاني
credit: jmusicalb-ms
א שיינעם חלום האב איך געזען
אין בּית המקדש בין איך געווען
כּהנים זענען מקריב קרבּנות
לויים זינגען שיר המעלות
משה רבּינו לערנט מיט די אבות
די סנהדרין זיצן און הערט א דין תורה
אהרן הכּהן צינדט אן די מנורה
און אט זע איך א הערליכן געזיכט
עס שיינט זיין פּנים מיט א ג-ט’ליכן ליכט
אויף זיין קאפּ א גאלדענעם קרוין
איך דערקען אים שוין
דאס איז דער מלך המשיח ער אליין
דער גאנצער עולם שטייט מיט מורא
ער איז מגלה סודות התּורה
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפּט
…און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפּט
נישט גע’דאגה’ט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין
א מינוט’קעלע געבליבן
משיח’ן מקבּל פּנים זיין
שיכור מיט פרייד געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה’ן אליין
אמן ואמן
נישט גע’דאגה’ט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין
א מינוט’קעלע געבליבן
משיח’ן מקבּל פּנים זיין
שיכור מיט פרייד געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה’ן אליין
אמן ואמן
א שיינעם חלום האב איך געזען
אין ירושלים אנגעקומען
זי זאגט מיט פרייד בּרוכים הבּאים
דערלעבט צו זען דיין ליכטיגען פּנים
איך האב געהאט אזויפיל צער גידול בנים
כאטש דו האסט געוואנדערט טויזענטער יארן
היינט ביסטו מיין טייער קינד נאך שענער געווארן
און אט זע איך מלאכים גיין
זיי פירן מיט א ניגון דעם באשעפער אליין
געקומען אויף דער וועלט
א חופּה אויפגעשטעלט
זיין ליבע כּלה, אידן אלע, מקדש זיין
צדיקים טאנצן מיט’ן חתן
עס איז שוין גרייט סעודת לויתן
…און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפּט
איי…. נישט גע’דאגה’ט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין
א מינוט’קעלע געבליבן
משיח’ן מקבּל פּנים זיין
שיכור מיט פרייד געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה’ן אליין
אמן ואמן
נישט גע’דאגה’ט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין
א מינוט’קעלע געבליבן
משיח’ן מקבּל פּנים זיין
שיכור מיט פרייד אבער געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה’ן אליין
אמן ואמן
credit: jmusicalb-msbot
كلمات أغنية عشوائية
- sons and daughters › sons and daughters – fight كلمات اغاني
- trip lee › trip lee – call us crazy كلمات اغاني
- hollywood › hollywood – graves كلمات اغاني
- maxiata › maxiata – la mia patria كلمات اغاني
- ryan adams › ryan adams – jacksonville skyline كلمات اغاني
- krishna das › krishna das – mere gurudev كلمات اغاني
- esther ofarim › esther ofarim – morning has broken كلمات اغاني
- nilla pizzi › nilla pizzi – l’edera كلمات اغاني
- eric clapton › eric clapton – don’t know why كلمات اغاني
- manuel › manuel – nun te fa’ mbruglia’ كلمات اغاني