
the yiddish philharmonic chorus - vaserl كلمات أغنية
שטיל און פֿאַרפֿרוירן
זעט אויס דער שטראָם
װאָס פֿלעגט אַזױ לױפֿן מיט מוט
עס וויקלט אים אײַן איצט
דער מעכטיקער ווינטער
דער טײַך ליגט פֿאַרשלאָפֿן
פֿאַרגליװוערט און רוט
װאַסערל, װאַסערל
גיב נאָך נישט אויף
עס װעלן די פֿרעסט פֿאַרגײן!
עס קומט באַלד דער פֿרילינג צו גיין!
נאָר מיין נישט אַז אַלץ איז
אין גאַנצן שוין שטיל
עס זשומעט נאָך אַלץ אין דער טיף
דער אומרו װאָס האָט זיך
אַזױ לאַנג באַהאַלטן
און גיט איצט מיט כּוח
צו פֿרײהײט אַ רוף
װאַסערל, װאַסערל
גיב נאָך נישט אויף
עס װעלן די פֿרעסט פֿאַרגײן!
עס קומט באַלד דער פֿרילינג צו גיין!
מען װאַרט אַז צום וויצטער
זאָל קומען אַ סוף
צעשמעלצן זאָל פֿרילינג דעם טײַך
װײַל דעמאָלט, נאָר דעמאָלט
וועט ער פֿליסיק ווערן
מיט גײַסט און קאָלירן
װעט ער ווערן רײַך
װאַסערל, װאַסערל
גיב נאָך נישט אויף
עס װעלן די פֿרעסט פֿאַרגײן!
עס קומט באַלד דער פֿרילינג צו גיין!
كلمات أغنية عشوائية
- lil dynamo - gone... كلمات أغنية
- bkn - cambia el mundo كلمات أغنية
- koven - yes كلمات أغنية
- erol evgin - ankara koşması كلمات أغنية
- 81melo - made of glass كلمات أغنية
- zeballos - descartes #4 كلمات أغنية
- a fallen mind - illuminate كلمات أغنية
- t. rex - sun eye [the peel sessions] كلمات أغنية
- los crudos - viejos patéticos كلمات أغنية
- elysian fields (metal) - deceiving the children of men كلمات أغنية