
חוה אלברשטיין - tzainger - ציגיינער - hava alberstein كلمات أغنية
איך בין אַ ציגײַנערל אַ קלײנער
אָבער, װי איר זעט, אַ שײנער
באָרװעס, הונגעריק און פֿרײלעך
לעב איך מיר װי אַ בן־מלך
איך װײס ניט װאו איך בין געבױרן
מײַן מאַמע האָט מיך אין סטעפּ פֿאַרלױרן
מײַן טאַטן האָט מען אױפֿגעהאַנגען
װען ער איז גנבֿענען געגאַנגען
עך, דו פֿידל, פֿידעלע דו מײַן
שפּיל מײַן טרױער זאָלן אין האַרץ אַרײַן
עך, דו חבֿר מײַן
װער װײסט װי דו אַלײן
אַז אײביק, אײביק, אײביק, רױט איז בלוט און װײַן
פֿון טאַטן גיאַרשנט כ׳האָב דעם פֿידל
שפּיל איך אױף איר „דידל, דידל”
אין מײַן פֿידל קענט איר הערן
מײַן מאַמעס צער, מײַן שװעסטערס טרערן
אין מײַן פֿידל ליגט געפֿאַנגען
װי מ׳האָט מײַן טאַטן אױפֿגעהאָנגען
װען צום טױט מ׳האָט אים געטריבן
איז די פֿידל מיר געבליבן
עך, דו פֿידל, פֿידעלע דו מײַן
שפּיל מײַן טרױער זאָלן אין האַרץ אַרײַן
עך, דו חבֿר מײַן
װער װײסט װי דו אַלײן
אַז אײביק, אײביק, אײביק, רױט איז
בלוט און װײַן
דאָס ליד פֿון רודפֿען און יאָגן
דאָס ליד פֿון נעכטיקן, נישט טאָגן
איך אַ ציגײַנערל אַ קלײנער
איך ינג װי ס׳זינגט נישט קײנער, קײנער
װאָס פֿאַר אַ ליד ס׳װעט אײַך געפֿעלן
קענט איר עס בײַ מיר באַשטעלן
באַצאָלן דאַרפֿט איר נאָר אַ דרײַער
ס׳קאָסט מײַן װײטיק אײַך נישט טײַער
עך, דו פֿידל, פֿידעלע דו מײַן
שפּיל מײַן טרױער זאָלן אין האַרץ אַרײַן
עך, דו חבֿר מײַן
װער װײסט װי דו אַלײן
אַז אײביק , אײביק, אײביק, רױט איז בלוט און װײַן
كلمات أغنية عشوائية
- $upremos - pisa fofo كلمات أغنية
- öykü gürman - ne olur bir sabah كلمات أغنية
- onerepublic - run كلمات أغنية
- ricardo jmc - después de tanto tiempo كلمات أغنية
- bekar - sécurité كلمات أغنية
- frer200 - ce mec كلمات أغنية
- lyrical kas - no regrets[flex] كلمات أغنية
- mihimaru gt - 家族なろうよ (kazoku narou yo) كلمات أغنية
- momoiro clover z - gekkou كلمات أغنية
- jevaunlewis - rap battle كلمات أغنية