
nayekhovichi - rezinke كلمات أغنية
אַז איך בין געװען אַ קינד
אַז איך בין געװען אַ לענינגראַדער שקאָלניק
האָב איך דאָרט געלערנט זײער גיט
און מײַן טאַטע איז געװען מיט מיר דאָװאָליען
ביסט געװען ניט קײן מישמאַש
,מיט אַ מעקערל
מיט אַ לאַסטיקל
מיט אַ סטילער אַלע איז קלאַס
און די הײַנטיקע מײדלעך
האָבן ניט קײן קולטור
רעזינקע רעזינקע רעזינקע
זײ באַנדלן אין אַ װערטל װאָס איז מיר גאָר ניט קלאָר
אַ מעקער זײ הײסן _ רעזינקע
אַז איך בין געװען אַ ייִנג’
אַז איך בין געװען אַ לענינגראַדער שילער
האָב איך אױסגעזען מיר גרינג
מען האָט מיר געזאָגט איך בין אַ בחורל אַ קילער
אַלעס איז געװען מיר װױל
מיט אַ גומעלע
מיט אַ זשאָװקעלע
מיט אַן אָרביט אינעם מױל
און די חזירישע מײדלעך
האָבן ניט קײן קולטור
רעזינקע רעזינקע רעזינקע
זײ חזרן איבער אַ װערטל ניט קלאָר
אַ זשװאַטשקע זײ הײסן _ רעזינקע
רעזינקע רעזינקע
…אָט אַזױ, אָט אַזױ
אַז איך בין געװען גאָר קלײן
האָב איך מיר געװען אַ לעבעדיקער בחור
האָב איך דאָרט געטרענט זײער שײן
כ’האָב געהאַט אַ כער
אי װסיאָ מנע בילאָ דאָכער
איך בין געקומען “נאַ אוראַ“
מיט אַ פּרעזיק
אַ קאַפּאָטעלע
מיט אַ שמעקל־בעקער
מיט אַ שמעקל
און די נאַרישע שיקסעס
האָבן ניט קײן קולטור
רעזינקע רעזינקע רעזינקע
זײ פֿאַרדרײען מיר די פּאותן מיט אַ װערטל ניט קלאָר
אַ פּרעזיק זײ הײסן _ רעזינק
كلمات أغنية عشوائية
- morgan bates - eyes low كلمات أغنية
- tomar west - jaded كلمات أغنية
- eyesore - victory كلمات أغنية
- p3ddy alvez - merlin كلمات أغنية
- chiulinh - henny كلمات أغنية
- mas parano sayang - njajah ati كلمات أغنية
- lil clipz - lifestream كلمات أغنية
- venomous dilobite - bone 2 كلمات أغنية
- maniacal sauce - i كلمات أغنية
- tracy thảo my - duyên không trọn كلمات أغنية