motty ilowitz - schar limud كلمات الأغنية
א שווערע תקופה
מ׳מאכט אן אסיפה
די הנהלה קומט זיך צוזאם
געווען איז א שווערע יאר חובות נישט סתם.
דעם יאר איז מען גומר
מ׳קען נישט אזוי-מער,
אנגיין, ס׳האט נישט קיין טעם
מען דארף עפעס טון איידער די חדר פאלט צאם.
אויף הויעכע טענער
יעדער האט פלענער,
א דינער, א ראפעל, אן אפיעל
דער מנהל גיט א זעץ אויפן טיש און מאכט יעדן שטיל.
מודה זיין זאלט-עטס
אז קיינמאל וואלט-עטס,
חובות געהאט אזויפיל
ווען יעדע טאטע באצאלט ווען זיין שכר לימוד ביל.
דא שטעקט די גאנצע פראבלעם
איך ווייס אז ס׳נישט אנגענעם,
גיין שטרענג מיט די עלטערן און זיין מיט זיי אפן און שארף.
גענוג געווען ביז אהער
ס׳גייט אונז נישט אן וואס און ווער,
פון היינט און ווייטער ערליך באצאלן מען דארף.
און ביז די ענדע פון יאר
מוז יעדן׳ס באלאנס זיין קלאר,
אלס וואס מען איז שולדיג פון פריער באצאלטס ביזן לעצטן דיים,
און אויב בלייבט א חשבון אין בוך
זיי מוחל און זוך,
אן אנדערע מוסד, אדער לאז דיין קינד אינדערהיים.
מיט א קרעכץ זאגט דער מנהל, איך ווייס ס׳דא עלטערן וואס קענען-נישט,
מצבים גאר שווער און ביכולות זיי זענען-נישט.
אבער מיר זענען אין דעם צוזאמען
מען קען נישט מאכן אויסנאמען
ווייל אויב יא צופאלט די גאנצע תקנה לכאורה.
ס׳רייסט ביים הארץ, הלואי איז דא א גרינגערע גזירה,
אבער לויט ווי ס׳קוקט אויס איז דאס די איינציגע ברירה,
יעדער מוז זיך צושטעלן
און נאר אזוי מיר וועלן
שיצן דעם עתיד פון אונזער תלמוד תורה.
הערצער ערוועקט-זיך
דער עולם דערשרעקט זיך,
די סכומים פליסן אריין
אהן פאר די קינדער א מוסד ווער וויל דען זיין?
א יאר א פרישערע
מען האלט שוין נאך תשרי,
דעם ערשטן טאג פונעם זמן
די מוסד צוריק אויף די פיס, ס׳פארט ווי א באן.
דער מנהל קוקט די ביכער
ער וויל מאכן זיכער,
די תקנה פירט מען אויס
יעדן׳ס חוב איז באצאלט חוץ יצחק׳ל גרויז.
דער מנהל ווערט דערביטערט
דאס הארץ ווערט פארפוטערט,
נישטא דארט קיין טאטע אין הויז
אוי ווי נעם איך א יתום און ווארף אים ארויס.
ער דרייט זיך אהער און אהין
געוואלד וואס זאל איך טון,
וואס איז דאס קינד נעבעך שולדיג, ארחמנו רחם,
און מיט די מאמע מיטלייד איך האב
זי האט נעבעך גענוג אויפן קאפ
און יעצט דארף זי הערן, זיי מוחל, נעם אים אהיים?!
אוי אוי אוי…
מיט א קרעכץ זאגט דער מנהל, איך ווייס ס׳דא עלטערן וואס קענען-נישט,
מצבים גאר שווער און ביכולות זיי זענען-נישט,
אבער מיר זענען אין דעם צוזאמען
איך קען נישט אויסלאזן דעם מאמע׳ן
ווייל אויב יא צופאלט די גאנצע תקנה לכאורה.
ס׳רייסט ביים הארץ, מיין געוויסן אזוי פארקלעמט-איז,
איך מוז אבער ווייזן, אז זייער ערנסט מען נעמט-עס,
יעדער מוז זיך צושטעלן
און נאר אזוי מיר וועלן
שיצן דעם עתיד פון אונזער תלמוד תורה.
קוים א שעה שפעטער
ער גלייבט נישט וואס זעט-ער,
יצחק׳ל שטייט דארט ביים טיר
דער מנהל ווינדערט און פרעגט אים, ביסטו נישט אהיימגעגאנגען פריער׳?
ער שטייט מיט זיין מאנטל
מיט א צעטל אין האנט׳ל,
דאס האב איך פון מיין מאמע, פון איר
זי האט געהייסן איך זאל צוריקגיין אין חדר און דאס ווייזן פאר דיר.
ער הייבט אן צו ליינען
עס קומט אים צו וויינען,
געפילן שטרוימט ווי א קוואל
דא שרייבט יצחקל׳ס מאמע, לכבוד די מנהל:
חשבונות באקוקט-איר
מיין קינד אהיים שיקט-איר,
כ׳האב נאכנישט באצאלט דערווייל,
איך פארשטיי, גלייבטס מיר איך האב נישט קיין טענות בכלל.
איך ווייס אז איך האב נישט קיין געלט
אבער וואס האב איך פון די וועלט
אויב מיין קינד גייט נישט אין חדר, געוואלד איך קען דאס נישט צוזען.
איך האב נישט אין שטוב קיין סאך
נאר איין ווערדפולע זאך
די קידושין רינגל וואס מיין מאן האט מיר מקדש געווען.
ס׳איז די איינציגע זאך נאך פארהאן
צו געדענקן מיין טייערער מאן
איך גליטש עס אראפ פון מיין פינגער,
מיט מיינע טרערעלעך נאס.
עס ליגט דארטן אין א באגאזש
אין זיין מאנטל אין די רעכטע טאש
ביטע נעמטס עטס און שיקטס אים צוריק אין זיין קלאס.
ווייל ס׳איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה,
מער, אוי מער, פון אלע זילבער און גאלד.
וואס האב איך פון מיין רינגעלע
אויב קען נישט מיין אינגעלע
זיצן און לערנען די הייליגע תורה.
וואס האב איך פון מיין רינגעלע
אויב קען נישט מיין אינגעלע
זיצן און לערנען די הייליגע תורה
كلمات أغنية عشوائية
- converge - bed of flies كلمات الأغنية
- coppelius - murders in the rue morgue كلمات الأغنية
- cornbugs - lawn puppet كلمات الأغنية
- contravene - another bullet another dead كلمات الأغنية
- cosmos - then just call me كلمات الأغنية
- cooper temple clause - on off on كلمات الأغنية
- converge - dark horse كلمات الأغنية
- converge - year of the swine كلمات الأغنية
- coppelius - i get used to it كلمات الأغنية
- cornbugs - ed gein كلمات الأغنية