
motty ilowitz - alef beis كلمات أغنية
א יך ווייס איך בין שוואך
ב עט איך איין זאך
ג ענאדיג מיין געבעט וואס איך
ד אווען אויף מיין פשוטע שפראך.
ה אפענונג איך שפיר
ו ועסט עס נעמען פון מיר
ז עהן אז עס ליגט דערין מיין
ח שק וואס ציט צו דיר.
ט ויזענטער יארן, דאך קיינמאל
פארלארן, דעם א׳ ב׳
י ודישע קינדער די ערשטע זאך
וואס מ׳לערנט מיט זיי,
כ בוד געבן, מיין גאנצן לעבן,
וועל איך דעם א׳ ב׳
א׳, ב׳, ג׳, ד׳, ה׳…
א, ב, ג, ד, ה, ו, ז, ח, ט, י, כ.
ל, מ, נ, ס, ע, פ, צ, ק, ר, ש, ת.
ל יבט און געדענקט
מ יט געפילן ער בענקט
נ עמט ארויס און מישט אויף זיין
ס ידור און א טרער עס ברענגט.
ע ברי איז שווער
פ ארגעסן האט ער
צ עוויינט זיך דארט ווי א קליין
ק נד, און שרייט מיט טרער.
ר בון העולמים, איך ווי א תמים,
קען נאר א׳ ב׳
ש טעל צוזאם די אותיות
און מאך ווערטער פון זיי,
ת פילות ריינע, דורך מיינע,
פשוטע א׳ ב׳
ל, מ, נ, ס, ע, פ…
א, ב, ג, ד, ה, ו, ז, ח, ט, י, כ.
ל, מ, נ, ס, ע, פ, צ, ק, ר, ש, ת.
א ונטער ב לוטיגע ג לות׳ן, ד ורך
ה עסליכע ו ואנדאליזם,
ז עליגע ח רבנות
ט ינקלען י ודן׳ס כ אראקטער.
ל ערנען מ למדים נ קודות,
ס ופרים ע רצייגן פ ארמעט,
צ ייכענען ק דושה׳דיגע ר יין
ש פראכיגע ת וכן.
א׳ותיות
ב׳דחנות
ג׳מרות
ד׳רשות
ה׳לכות
ו׳ידוי׳ס
ז׳מירות
ח׳ומשים
ט׳ייטשען
י׳וצרות
כ׳תבים
ל׳וחות׳לעך
מ׳שניות’ן
נ׳יגונים
ס׳ידורים
ע׳יסקאות
פ׳ירושים
צ׳וואות
ק׳ול קורא׳ס
ר׳עיונות
ש׳אלות
ת׳שובות
קמץ, פתח, צירה, סגול, חולם, שבא,
חירוק, שורוק, און מלאפום.
كلمات أغنية عشوائية
- seer's fire - windswept cold, winter's grasp كلمات أغنية
- light bearer - amalgam كلمات أغنية
- de la ghetto - no hay nadie كلمات أغنية
- jared matthews - i gotta go out and get it كلمات أغنية
- unknxwn - past tense. كلمات أغنية
- drôga - winnie كلمات أغنية
- bonez mc & raf camora - 500 ps كلمات أغنية
- yung martyfact - get back كلمات أغنية
- eladio carrión & big soto - mula كلمات أغنية
- l.o.c. - bvlgari كلمات أغنية